דאָס אַלטע שפּילקעסטעלע פֿון אסתּר הימעלשטיין
„קיניגל,‟ האָט זי געזאָגט. „מיר זענען נאָר אויסגעשטאָפּטע חיהלעך. וויפֿל טומל קענען מיר מאכן אַז מיר שפּרינגען אַרויף און אַראָפּ?‟

בעקעלעך, וועלוול, קיניגל, און די אַנדערע אויסגעשטאָפּטע חיהלעך בענקען נאָך די טעג ווען פֿײַוול און שפּרינצע פֿלעגן זיך שפּילן מיט זיי. פֿאַרלאָזט אויף הפֿקר אין אַ בוידעם, אַרבעטן זיי אויס אַ דרייסטן פּלאַן זיך ווידער צונויפֿצוקומען מיט זייערע אייגנטימער און זיי אַנטדעקן דערבײַ אַן אומדערוואַרטע זאַך, וואָס וועט ענדערן זייער גורל אויף אייביק. סײַ יונגע לייענער, סײַ זייערע עלטערן וועלן זיך דערקוויקן מיט אָט דעם משל, וואָס גיט איבער די וויכטיקייט פֿון ניט אַרויסוואַרפֿן גוט אָפּגעטראָגענע אוצרות.
אסתּר הימלשטיין (מחבר) איז אַ ייִדישער און ענגלישער פּאָעט און שרײַבער פֿון דערציילונגען און קינדערביכער. זי קומט פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים און זײַט זי האָט זיך געלערנט ייִדיש אין „קאָלאָמביע‟־אוניווערסיטעט אויף דער „פּראָגראַם א׳׳נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך,‟ האָט זי געפֿונען איר פּאַסיע: די ייִדישע שפּראַך. איר פּאָעזיע האָט מען געדרוקט אין „ווידערוווּקס‟ (1989) און אין פֿאַרשידענע ענגלישע זשורנאַלן און פּובליקאַציעס. איר ערשט ייִדיש קינדערביכל, „דאָס קליינע וועקערל,‟ איז אַרויס אין 1997. „דאָס אַלטע שפּילקעסטעלע‟ איז איר צווייט קינדערביכל אויף ייִדיש.
טאַניאַ פּאַנאָװאַ (אילוסטראַטאָרין) איז אַן אילוסטראַטאָרין און אַן אויסגעשולטע לינגװיסטקע. זי אַרבעט מיט דעם „פּראָיעקט פֿון בעל־פּה געשיכטעס א׳׳נ פֿון דער משפּחה וועקסלער“ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“ און לערנט ייִדיש אין דײַטשלאַנד, װוּ זי װוינט. „דאָס אַלטע שפּילקעסטעלע“ איז דאָס ערשטע מאָל וואָס זי האָט געהאַט די געלעגנהייט צונויפֿצובינדן אירע בײדע לײַדנשאַפֿטן — ייִדיש און אילוסטרירן ביכער.