דזשאָרדין קוציק (פֿאַרלעגער): דער געוועזענער געהילף־רעדאַקטאָר בײַם פֿאָרווערטס און דער איצטיקער פֿאָרזיצער פֿון יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש, וויל קוציק שוין לאַנג ווידער באַקענען דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט די מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. ער איז לכתּחילה פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור ווען ער האָט געאַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“, וווּ ער האָט דיגיטאַליזירט עטלעכע רעקאָרדירונגען, אין וועלכע קאַדיע מאָלאָדאָווסקי לייענט פֿאָר פֿון אירע גלענצנדיקע קינדער־לידער. קוציק איז אויך אַ ליטעראַרישער איבערזעצער, וועמענס איבערזעצונגען פֿון ייִדיש זענען שוין געדרוקט געוואָרן אין עטלעכע ליטעראַרישע זשורנאַלן, צײַטונגען און ביכער. ער האַלט איצט אין איבערזעצן אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿון באָריס סאַנדלערן.
אליעזר ניבאָרסקי (ייִדיש־רעדאַקטאָר): אַ באַרימטער ייִדיש־לערער און ביבליאָגראַף, וווינט ניבאָרסקי אין ירושלים, וווּ ער איז דער רעדאַקטאָר פֿונעם „אינדעקס צו דער ייִדישער פּעריאָדיק“ בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. ניבאָרסקי האָט אַ שאַרף אויג פֿאַר רעדאַקטירן ייִדישע טעקסטן. ער האָט שוין געהאָלפֿן גרייטן צום דרוק צענדליקער וויסנשאַפֿטלעכע און ליטעראַרישע טעקסטן. ער איז צופֿרידן, וואָס ער העלפֿט דעם „פֿאַרלאַג קינדער־לשון“ צו שאַפֿן נײַע אויפֿלאַגעס פֿון ביכלעך, וואָס זײַנע אייגענע פֿיר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער האָבן אַזוי ליב געהאַט.
יהודית־בראָ פּינהאַסיק (דירעקטאָרשע פֿון געלטשאַפֿערײַ): פּינהאַסיק אַרבעט שוין צען יאָר ווי די דירעקטאָרשע פֿון געלטשאַפֿערײַ בײַ יונגטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש. מער ווי 24 יאָר אַרבעט זי װי אַן אַדמיניסטראַטאָרין און געלטשאַפֿערין פֿאַר נישט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציעס וואָס זענען אַקטיוו אויפֿן געביט פֿון פֿאָלקסגעזונט, דערציִונג, סבֿיבֿה, קולטור, און קונסט. במשך פֿון די לעצטע צוועלף יאָר לערנט זי קינדער ייִדישע שפּראַך, קולטור און געשיכטע אין דער אַרבעטער־רינג־שולע פֿון מידטאַון, מאַנהעטן. שוין דרײַ יאָר דינט זי ווי די געהילף־דירעקטאָרשע פֿון ייִדישער קולטור בײַם זומער־לאַגער „קינדער־רינג“, וווּ זי פֿירט אָן מיט געזאַנג בציבור.