עמיל און קאַרל

„עמיל און קאַרל“ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין

  יעקבֿ גלאַטשטיינס אומפֿאַרגעסלעכער חורבן־ראָמאַן פֿאַר עלטערע קינדער עמיל און קאַרלשילדערט די שפּאַנענדיקע און האַרצרײַסנדיקע געשיכטע פֿון צוויי חבֿרים אין ווין, אַ ייִדישער בחור מיט זײַן קריסטלעכן פֿרײַנד, וואָס מוזן געפֿינען אַ מקום־מיקלט אין די פֿינצטערע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט. די ענגלישע איבערזעצונג, פֿון ד״ר דזשעפֿרי שאַנדלערוועט צום ערשטן מאָל אַרויסגעגעבן ווערן אין אײנעם מיטן ייִדישן אָריגינאַל אַ דאַנק אַן אָפּמאַך מיטן פֿאַרלאַג מאַקמילין. דער באַנד וועט דערשײַנען מיט פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס פֿון יהודה בלוםוואָס זענען באַזירט אויף היסטאָרישע בילדער פֿון יענער תּקופֿה.

יעקבֿ גלאַטשטיין (מחבר): איינער פֿון די אָנפֿירנדיקסטע ייִדישע שרײַבער פֿון 20סטן יאָרהונדערט, איז יעקבֿ גלאַטשטיין געבוירן געוואָרן אין לובלין אין 1896 און האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1914. גלאַטשטיין איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט ווי אַ מאָדערניסטישער פּאָעט. אַ מיטגרינדער פֿון דער פּאָעטישער גרופּעאין זיך“, האָט ער אַרויסגעגעבן 13 בענד לידער אין משך פֿון זײַן לאַנגע קאַריערע. גלאַטשטיין איז אויך געווען אַ באַרימטער ליטעראַטור־קריטיקער און פּובליציסט און האָט מחבר געווען צוויי ראָמאַנען פֿאַר דערוואַקסענע וועגן זײַן נסיעה צוריק קיין פּוילן אין די 1930ער יאָרן. פֿון 1938 ביז זײַן פּטירה אין 1971 איז גלאַטשטיין געווען אַן אָנפֿירנדיקער שרײַבער אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן. „עמיל און קאַרל,“ זײַן איינציקער ראָמאַן פֿאַר יונגע לייענער, איז געווען צווישן זײַנע ערשטע ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די רדיפֿות קעגן ייִדן אין דער נאַצי־אָקופּירטער אייראָפּע. אַרויסגעגעבן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1940, איזעמיל און קאַרלגעווען דער סאַמע ערשטער ראָמאַן וועגן דעם חורבן פֿאַר יונגע לייענער אויף וועלכער עס איז שפּראַך

ד׳׳ר יחיאל שאַנדלער (איבערזעצער): אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק אין ראָטגערס־אוניווערסיטעט, איז ד׳׳ר שאַנדלער דער מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן דער סאָציאָלאָגיע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן און ייִדיש־סטודענטן און דעם אופֿן ווי אַזוי הײַנטיקע ייִדן געדענקען און באַטראַכטן דעם חורבן. ער האָט רעדאַקטירט אַ וויכטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון אויטאָביאָגראַפֿישע עסייען אָנגעשריבן פֿון יונגע ייִדן אין פּוילן אין די 1930ער יאָרן.  

יהודה בלום (אילוסטראַטאָר): בלום איז אַ טאַלאַנטירטער קינסטלער און קונסט־לערער, וואָס איז עטלעכע יאָר געווען דער אילוסטראַטאָר בײַם פֿאָרווערטס. זײַנע פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס זענען סײַ מאָדערן, סײַ טיף־פֿאַרוואָרצלט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט־טראַדיציע. ער רעדט פֿליסיק ייִדיש און איז שטאָלץ ממשיך צו זײַן די משפּחה־טראַדיציע פֿון אַרבעטן פֿאַר אַ ייִדישן פֿאַרלאַגזײַן זיידע איז געווען אַ זעצער בײַם פֿאָרווערטס.