„דאָס קלוגע שנײַדערל“ פֿון שלמה סײַמאָן
שלמה סײַמאָנס ראָמאַן פֿאַר קינדער „דאָס קלוגע שנײַדערל“ שילדערט די אַוואַנטורעס פֿון אַ בראַוון שנײַדער וואָס אַ דאַנק זײַן קלוגשאַפֿט באַזײַטיקט ער זײַנע שׂונאים און באַשיידט מיסטעריעס. דער חנעוודיקער ראָמאַן, וואָס איז טיף פֿאַרוואָצלט אין דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָלקלאָר און לעבנס־שטייגער, איז צום ערשטן מאָל צוטריטלעך פֿאַרן ענגליש־לײענענדיקן עולם דורך אַן איבערזעצונג פֿונעם פּאָעט דוד פֿאָרמאַן, אַן אייניקל פֿונעם מחבר. דער באַנד נעמט אַרײַן פּרעכטיקע אָריגינעלע אילוסטראַציעס פֿון יהודה בלום.
שלמה סײַמאָן (מחבר): אַ געבוירענער אין ווײַסרוסלאַנד אין 1895, איז שלמה סײַמאָן געקומען קיין אַמעריקע אין זײַן יונגט. נאָכן דינען אַ פּאָר יאָר אין אַרמיי בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט ער אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ ציינדאָקטער. סײַמאָן איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער שרײַבער, וואָס האָט במשך פֿון פֿופֿציק יאָר אַרויסגעגעבן 20 ביכער אויף ייִדיש בײַנאַנד מיט הונדערטער אַרטיקלען און עסייען. צווישן זײַנע ווערק געפֿינט מען מאמרים און אַנאַליזן וועגן דעם תּנ׳׳ך, פֿאָלקס־מעשׂיות, אויטאָביאָגראַפֿישע שריפֿטן, קאָמענטאַרן אויפֿן מאָדערנעם ייִדישן לעבן און ביכער וועגן פּאָליטיק, ייִדיש און ליטעראַטור. אַן איבערגעגעבענער דערציִער, האָט סימאָן געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון דער „שלום־עליכם פֿאָלקשול“, געלערנט חומש און גמרא מיט דערוואַקסענע און איז געווען דער פּרעזידענט פֿונעם „שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט.“ אין אָט דער ראָלע האָט ער אויך געדינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון „קינדער־זשורנאַל“, דעם אָרגאַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע , וווּ מע האָט לכתּחילה געדרוקט „דאָס קלוגע שנײַדערל“ אין המשכים. הײַנט איז ער צום מערסטנס באַקאַנט ווי אַ שרײַבער פֿאַר קינדער; זײַנע כעלעם־מעשׂיות זענען געווען ווילד פּאָפּולער אויף ייִדיש („די העלדן פֿון כעלעם“) און ענגליש (The Wise Men of Helm) און ווערן ווײַטער געדרוקט אויף ענגליש ביזן הײַנטיקן טאָג. זײַן חומש פֿאַר קינדער אויף ענגליש, The Rabbi’s Bible, האָט מען ברייט גענוצט אין אַמעריקאַנער זונטיקשולן במשך פֿון 50 יאָר. סײַמאָן איז געשטאָרבן אין 1970.
דוד פֿאָרמאַן (איבערזעצער): אַן אייניקל פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלמה סײַמאָן, איז ד׳׳ר פֿאָרמאַן לכתּחילה געווען אַ קאַליגראַף און גראַפֿישער קינסטלער, דערנאָך אַ פֿאָרשער פֿון פּסיכאָלאָגיע און שפּעטער אַ פּראָפֿעסאָר. סוף־כּל־סוף האָט ער זיך אומגעקערט צו זײַן ליבשאַפֿט צום שרײַבן. מע האָט געדרוקט זײַנע לידער אין אַ ריי זשורנאַלן און אַנטאָלאָגיעס. ד׳׳ר פֿאָרמאַן האָט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין זײַנע פֿופֿציקער יאָרן, כּדי צו דערפֿילן אַ לעבנסלאַנגע שבֿועה צו לייענען און איבערזעצן דעם זיידנס ווערק. ער וווינט הײַנט אין איטאַקאַ, ניו־יאָרק, וווּ ער לערנט ייִדיש אין קאָרנעל־אוניווערסיטעט און קאַטאָלאָגירט ייִדישע דאָקומענטן פֿאַר דער אָרטיקער ביבליאָטעק.
יהודה בלום (אילוסטראַטאָר): בלום איז אַ טאַלאַנטירטער קינסטלער און קונסט־לערער, וואָס איז עטלעכע יאָר געווען דער אילוסטראַטאָר בײַם פֿאָרווערטס. זײַנע פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס זענען סײַ מאָדערן, סײַ טיף־פֿאַרוואָרצלט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט־טראַדיציע. ער רעדט פֿליסיק ייִדיש און איז שטאָלץ ממשיך צו זײַן די משפּחה־טראַדיציע פֿון אַרבעטן פֿאַר אַ ייִדישן פֿאַרלאַג — זײַן זיידע איז געווען אַ זעצער בײַם פֿאָרווערטס.