‏„געװאַלד!“‏

„געוואַלד!“ פֿון יעני קיערבאָ

באַשטעלט „געוואַלד!

„געוואַלד!“ שילדערט די אַוואַנטורעס פֿון אַ קאַפּריזנעם טופּיקל ווען טאַטע־מאַמע לאָזן איבער דאָס אייעלע פֿון זײַן ייִנגערן ברודערל און ער מוז עס היטן.  סײַ יונגע לייענער, סײַ זייערע עלטערן וועלן זיך דערקוויקן מיט אָט דער מעשׂהלע — אַ חנעוודיקער מעטאַפֿאָר פֿאַר אַ קינד וואָס דאַרף שלום מאַכן מיטן אָנקומען פֿון אַ ייִנגערן ברודערל צי שוועסטערל. „געוואַלד!“ קען מען קריגן סײַ אויף ייִדיש (איבערגעזעצט דורך אַרעלע ווישוואַנאַט), סײַ אויף ענגליש (איבערגעזעצט דורך דזשאָרדין קוציק) אין עקסלוסיווע אויפֿלאַגעס פֿון פֿאַרלאַג „קינדער־לשון“ מיט קיערבאָס זיסע אילוסטראַציעס. 

יעני קיערבאָ (מחברטע/אילוסטראַטאָרין) איז אויפֿגעוואַקסן אויפֿן אינדזל סוּװוּרוי, אינעם דרומדיקסטן טייל פֿון די פֿאַרער אינדזלען. הײַנט וווינט זי אין קאָפּענהאַגען, וווּ זי אַרבעט ווי אַ גראַפֿישע דיזײַנערין. אירע קינדערביכלעך זענען שוין אַרויס אויף פֿאַרעריש, דעניש, אונגעריש און שפּאַניש.

אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט (ייִדישער איבערזעצער) איז אַן אייניקל פֿון אַ באַרימטן ייִדישן לינגוויסט און דער זון פֿון אַ ייִדישער פּאָעטעסע. ער איז אויך דער ייִדישער איבערזעצער פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“.