וועגן אונדז

באַשטעלט שוין „דאָס קלוגע שנײַדערל“. באַשטעלט „געוואַלד!“.

די אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש“ האָט לאַנצירט אַן אַמביציעזן פּראָיעקט, „פֿאַרלאַג קינדער־לשון“, דורך וועלכן מע גיט אַרויס קלאַסישע ווערק פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין צוויישפּראַכיקע אויפֿלאַגעס מיט פּראָפֿעסיאָנעלע אילוסטראַציעס, אַן איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג, און נײַע ענגלישע איבערזעצונגען. דורך „פֿאַרלאַג קינדער־לשון“ וועט מען אויך אַרויסגעבן נײַע קינדערביכלעך אויף ייִדיש און ענגליש.

„פֿאַרלאַג קינדער־לשון“ האָט לכתּחילה אָנגעהויבן ווי אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ביבליאָטעק פֿון ייִדישע קינדערביכלעך דורכן זאַמלען אַלטע עקזעמפּלאַרן פֿון פּאָפּולערע ביכלעך אויף דער „ייִדיש־וואָך.“ נאָך דעם וואָס מע האָט אָבער אײַנגעזען, אַז קינדער ווערן ניט נתפּעל פֿון אַלטע צעריסענע בענדער וואָס האָבן נישט אַלע מאָל די שענסטע אילוסטראַציעס, איז עס געוואָרן קלאָר אַז די הײַנטיקע יונגע לייענער נייטיקן זיך אין ביכער מיט אַ מאָדערנעם אויסזען און פּראָפֿעסיאָנעלע אילוסטראַציעס.

אַ דאַנק דעם וואָס די צוויישפּראַכיקע קינדערביכלעך ווערן אַלץ מער פּאָפּולער אַרום דער וועלט, איז עס דזשאָרדין קוציקן, דער פֿאָרזיצער פֿון יוגנטרוף, אײַנגעפֿאַלן, אַז ייִדיש־שפּראַכיקע קינדערביכלעך וואָלטן ניט בלויז געפֿעלן ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, נאָר אויך געפֿינען חן בײַם ברייטן עולם. האָט ער באַשלאָסן אַרויסצוגעבן באַליבטע ווערק פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, ווי אויך נײַע ביכלעך, אין נײַע אויפֿלאַגעס מיט די ייִדישע און ענגלישע טעקסטן זײַט בײַ זײַט. אָט די נײַע אויפֿלאַגעס וועלן ניט בלויז באַקענען אַ נײַעם, פֿאַרשידנאַרטיקן עולם יונגע לייענער מיט די דאָזיקע ווערק, נאָר אים אויך באַקענען מיט דער ייִדישער קולטור און געשיכטע, און דינען ווי אַן אַרײַנפֿיר צו דער ייִדישער שפּראַך.