„דאָס קלוגע שנײַדערל“ פֿון שלמה סײַמאָן
שלמה סײַמאָנס ראָמאַן פֿאַר קינדער „דאָס קלוגע שנײַדערל“ שילדערט די אַוואַנטורעס פֿון אַ בראַוון שנײַדער וואָס אַ דאַנק זײַן קלוגשאַפֿט באַזײַטיקט ער זײַנע שׂונאים און באַשיידט מיסטעריעס. דער חנעוודיקער ראָמאַן, וואָס איז טיף פֿאַרוואָצלט אין דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָלקלאָר און לעבנס־שטייגער, איז צום ערשטן מאָל צוטריטלעך פֿאַרן ענגליש־לײענענדיקן עולם דורך אַן איבערזעצונג פֿונעם פּאָעט דוד פֿאָרמאַן, אַן אייניקל פֿונעם מחבר. דער באַנד נעמט אַרײַן פּרעכטיקע אָריגינעלע אילוסטראַציעס פֿון יהודה בלום.
שלמה סײַמאָן (מחבר): אַ געבוירענער אין ווײַסרוסלאַנד אין 1895, איז שלמה סײַמאָן געקומען קיין אַמעריקע אין זײַן יונגט. נאָכן דינען אַ פּאָר יאָר אין אַרמיי בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט ער אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ ציינדאָקטער. סײַמאָן איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער שרײַבער, וואָס האָט במשך פֿון פֿופֿציק יאָר אַרויסגעגעבן 20 ביכער אויף ייִדיש בײַנאַנד מיט הונדערטער אַרטיקלען און עסייען. צווישן זײַנע ווערק געפֿינט מען מאמרים און אַנאַליזן וועגן דעם תּנ׳׳ך, פֿאָלקס־מעשׂיות, אויטאָביאָגראַפֿישע שריפֿטן, קאָמענטאַרן אויפֿן מאָדערנעם ייִדישן לעבן און ביכער וועגן פּאָליטיק, ייִדיש און ליטעראַטור. אַן איבערגעגעבענער דערציִער, האָט סימאָן געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון דער „שלום־עליכם פֿאָלקשול“, געלערנט חומש און גמרא מיט דערוואַקסענע און איז געווען דער פּרעזידענט פֿונעם „שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט.“ אין אָט דער ראָלע האָט ער אויך געדינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון ”קינדער־זשורנאַל“, דעם אָרגאַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע , וווּ מע האָט לכתּחילה געדרוקט „דאָס קלוגע שנײַדערל“ אין המשכים. הײַנט איז ער צום מערסטנס באַקאַנט ווי אַ שרײַבער פֿאַר קינדער; זײַנע כעלעם־מעשׂיות זענען געווען ווילד פּאָפּולער אויף ייִדיש („די העלדן פֿון כעלעם“) און ענגליש (The Wise Men of Helm) און ווערן ווײַטער געדרוקט אויף ענגליש ביזן הײַנטיקן טאָג. זײַן חומש פֿאַר קינדער אויף ענגליש, The Rabbi’s Bible, האָט מען ברייט גענוצט אין אַמעריקאַנער זונטיקשולן במשך פֿון 50 יאָר. סײַמאָן איז געשטאָרבן אין 1970.
דוד פֿאָרמאַן (איבערזעצער): אַן אייניקל פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלמה סײַמאָן, איז ד׳׳ר פֿאָרמאַן לכתּחילה געווען אַ קאַליגראַף און גראַפֿישער קינסטלער, דערנאָך אַ פֿאָרשער פֿון פּסיכאָלאָגיע און שפּעטער אַ פּראָפֿעסאָר. סוף־כּל־סוף האָט ער זיך אומגעקערט צו זײַן ליבשאַפֿט צום שרײַבן. מע האָט געדרוקט זײַנע לידער אין אַ ריי זשורנאַלן און אַנטאָלאָגיעס. ד׳׳ר פֿאָרמאַן האָט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין זײַנע פֿופֿציקער יאָרן, כּדי צו דערפֿילן אַ לעבנסלאַנגע שבֿועה צו לייענען און איבערזעצן דעם זיידנס ווערק. ער וווינט הײַנט אין איטאַקאַ, ניו־יאָרק, וווּ ער לערנט ייִדיש אין קאָרנעל־אוניווערסיטעט און קאַטאָלאָגירט ייִדישע דאָקומענטן פֿאַר דער אָרטיקער ביבליאָטעק.
יהודה בלום (אילוסטראַטאָר): בלום איז אַ טאַלאַנטירטער קינסטלער און קונסט־לערער, וואָס איז עטלעכע יאָר געווען דער אילוסטראַטאָר בײַם פֿאָרווערטס. זײַנע פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס זענען סײַ מאָדערן, סײַ טיף־פֿאַרוואָרצלט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט־טראַדיציע. ער רעדט פֿליסיק ייִדיש און איז שטאָלץ ממשיך צו זײַן די משפּחה־טראַדיציע פֿון אַרבעטן פֿאַר אַ ייִדישן פֿאַרלאַג — זײַן זיידע איז געווען אַ זעצער בײַם פֿאָרווערטס.
„עמיל און קאַרל“ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין
יעקבֿ גלאַטשטיינס אומפֿאַרגעסלעכער חורבן־ראָמאַן פֿאַר עלטערע קינדער „עמיל און קאַרל“ שילדערט די שפּאַנענדיקע און האַרצרײַסנדיקע געשיכטע פֿון צוויי חבֿרים אין ווין, אַ ייִדישער בחור מיט זײַן קריסטלעכן פֿרײַנד, וואָס מוזן געפֿינען אַ מקום־מיקלט אין די פֿינצטערע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט. די ענגלישע איבערזעצונג, פֿון ד״ר דזשעפֿרי שאַנדלער, וועט צום ערשטן מאָל אַרויסגעגעבן ווערן אין אײנעם מיטן ייִדישן אָריגינאַל אַ דאַנק אַן אָפּמאַך מיטן פֿאַרלאַג מאַקמילין. דער באַנד וועט דערשײַנען מיט פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס פֿון יהודה בלום, וואָס זענען באַזירט אויף היסטאָרישע בילדער פֿון יענער תּקופֿה.
יעקבֿ גלאַטשטיין (מחבר): איינער פֿון די אָנפֿירנדיקסטע ייִדישע שרײַבער פֿון 20סטן יאָרהונדערט, איז יעקבֿ גלאַטשטיין געבוירן געוואָרן אין לובלין אין 1896 און האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1914. גלאַטשטיין איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט ווי אַ מאָדערניסטישער פּאָעט. אַ מיטגרינדער פֿון דער פּאָעטישער גרופּע „אין זיך“, האָט ער אַרויסגעגעבן 13 בענד לידער אין משך פֿון זײַן לאַנגע קאַריערע. גלאַטשטיין איז אויך געווען אַ באַרימטער ליטעראַטור־קריטיקער און פּובליציסט און האָט מחבר געווען צוויי ראָמאַנען פֿאַר דערוואַקסענע וועגן זײַן נסיעה צוריק קיין פּוילן אין די 1930ער יאָרן. פֿון 1938 ביז זײַן פּטירה אין 1971 איז גלאַטשטיין געווען אַן אָנפֿירנדיקער שרײַבער אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן. „עמיל און קאַרל,“ זײַן איינציקער ראָמאַן פֿאַר יונגע לייענער, איז געווען צווישן זײַנע ערשטע ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די רדיפֿות קעגן ייִדן אין דער נאַצי־אָקופּירטער אייראָפּע. אַרויסגעגעבן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1940, איז „עמיל און קאַרל“ געווען דער סאַמע ערשטער ראָמאַן וועגן דעם חורבן פֿאַר יונגע לייענער אויף וועלכער עס איז שפּראַך.
ד׳׳ר יחיאל שאַנדלער (איבערזעצער): אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק אין ראָטגערס־אוניווערסיטעט, איז ד׳׳ר שאַנדלער דער מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן דער סאָציאָלאָגיע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן און ייִדיש־סטודענטן און דעם אופֿן ווי אַזוי הײַנטיקע ייִדן געדענקען און באַטראַכטן דעם חורבן. ער האָט רעדאַקטירט אַ וויכטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון אויטאָביאָגראַפֿישע עסייען אָנגעשריבן פֿון יונגע ייִדן אין פּוילן אין די 1930ער יאָרן.
יהודה בלום (אילוסטראַטאָר): בלום איז אַ טאַלאַנטירטער קינסטלער און קונסט־לערער, וואָס איז עטלעכע יאָר געווען דער אילוסטראַטאָר בײַם פֿאָרווערטס. זײַנע פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס זענען סײַ מאָדערן, סײַ טיף־פֿאַרוואָרצלט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט־טראַדיציע. ער רעדט פֿליסיק ייִדיש און איז שטאָלץ ממשיך צו זײַן די משפּחה־טראַדיציע פֿון אַרבעטן פֿאַר אַ ייִדישן פֿאַרלאַג — זײַן זיידע איז געווען אַ זעצער בײַם פֿאָרווערטס.
„געוואַלד!“ פֿון יעני קיערבאָ
באַשטעלט „געוואַלד!“
„געוואַלד!“ שילדערט די אַוואַנטורעס פֿון אַ קאַפּריזנעם טופּיקל ווען טאַטע־מאַמע לאָזן איבער דאָס אייעלע פֿון זײַן ייִנגערן ברודערל און ער מוז עס היטן. סײַ יונגע לייענער, סײַ זייערע עלטערן וועלן זיך דערקוויקן מיט אָט דער מעשׂהלע — אַ חנעוודיקער מעטאַפֿאָר פֿאַר אַ קינד וואָס דאַרף שלום מאַכן מיטן אָנקומען פֿון אַ ייִנגערן ברודערל צי שוועסטערל. „געוואַלד!“ קען מען קריגן סײַ אויף ייִדיש (איבערגעזעצט דורך אַרעלע ווישוואַנאַט), סײַ אויף ענגליש (איבערגעזעצט דורך דזשאָרדין קוציק) אין עקסלוסיווע אויפֿלאַגעס פֿון פֿאַרלאַג „קינדער־לשון“ מיט קיערבאָס זיסע אילוסטראַציעס.
יעני קיערבאָ (מחברטע/אילוסטראַטאָרין) איז אויפֿגעוואַקסן אויפֿן אינדזל סוּװוּרוי, אינעם דרומדיקסטן טייל פֿון די פֿאַרער אינדזלען. הײַנט וווינט זי אין קאָפּענהאַגען, וווּ זי אַרבעט ווי אַ גראַפֿישע דיזײַנערין. אירע קינדערביכלעך זענען שוין אַרויס אויף פֿאַרעריש, דעניש, אונגעריש און שפּאַניש.
אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט (ייִדישער איבערזעצער) איז אַן אייניקל פֿון אַ באַרימטן ייִדישן לינגוויסט און דער זון פֿון אַ ייִדישער פּאָעטעסע. ער איז אויך דער ייִדישער איבערזעצער פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“.